פּרק ט״ו „סירסײ“

( ענגלישער מקור, דאָ )

דר מאַבאָט־גאַס אַרײַנגאַנג פֿון נאַכטשטאָט, װאָס פֿאַר אים ציִעט זיך אױס אַן נישט-ברוקירטן טראַמװײַ־בײַגערעלס אײַנגעזעצט מיט סקעלעט־רעלסן, רױטע און גרינע בלאָנדזשעליכטן און סכּנה-סיגנאַלן. רײען פֿון פֿאַרשמוציקטע הײַזער מיט ברײטאָפֿן טירן . זעלטענע לאָמפּן מיט פֿאַרשמאַכטע רעגן־בױגן־װענטילאַטאָרן. אַרום ראַבאַיאָטיס אָפּגעשטעלטער אײַז־גאָנדאָלע  צעאַמפּערן זיך פֿאַרהאַלטנע מענער און װײַבער. זײ כאַפּן בלעטעלעך צװישן װעלכע קװעשטען זיך אַרײַן קנױלן קאָראַלנער און קופּערנער שנײ. זױגענדיק, צעשיטן זײ זיך פּאַמעלעך. קינדער. דער שװאַנקאַם פֿון דער גאָנדאָלע, שטעלנדיק זיך הױך דיבעם, טוט זיך אַ רוק פֿאָרױס אינעם פֿינצטערניש, װײַס און בלאָ אונטער אַ לײַכטטורעם. פֿײַפֿעלעך רופֿן און ענטפֿערן אָפּ.)

די רופֿן : װאַרט אָפּ, מײַן ליבינקער, און כ׳ל זײַן מיט דיר.

די אָפּענטפֿערן : אַרום, הינטער דער שטאַל.

(אַ טױב־⁠שטומער אידיאָט מיט אױסגעגלאָצטע אױגן, דאָס מאַדזגע־מױל סלינענדיק, גיט אַ צאַפּל פֿאַרבײַ, געשאָקלט אין סאַנקט־װיטוסעס טאַנץ. אַ קײט קינדער־הענט פֿאַרשפּאַרט אים.)

די קינדער : געלינקט! גיט אָפּ דעם סאַלוט!

דער אידיאָט : (הײבט אױף אַ געלײמטן לינקען אָרעם און טשעבעטשעט.) גרהאַהוט!

די קינדער : װוּ איז דאָס גרױסע ליכט?

דער אידיאָט : (האָלדערנדיק.) גהאַגהאַגעסט.

(זײ לאָזן אים אַרױס. ער גיט זיך נאָך אַ צאַפּל װײַטער. אַ פּיגמײ־װײַב הױדעט זיך אױף אַ שטריק געהאָנגען איבער צװײ געלענדערס, צײלנדיק. אַ געשטאַלט צעשפּרײט אױף אַ  מיסטקאַסטן און פֿאַרדושעט פֿון זײַן אָרעם און הוט כראַפּעט, יענטשעט, מאָלנדיק װאָרטשענדיקע צײן, און כראַפּעט נאָך אַ מאָל. אױף אַ טרעפּל בײגט זיך אײַן צו טראָגן אױף די אַקסלען אַ זאַק סצירקעס און בײנער אַ שרעטל זיך װאַקעװענדיק אין מיטן אַ מיסטװאָרף. אַ זקנה װאָס שטײט פֿאַרבײ מיט אַ רײַכערנדיקן נאַפֿטלאָמפּ טאַראַנעװעט איר לעצט פֿלעשל אינעם פּיסק פֿון זײַן זאַק. ער שלעפּט אױף זײַן רױב, גיט אַ צעקרים זײַן שפּיציקן קאַשקעט און דרעפּטשעט אַװעק שטומערהײט. די זקנה דערשלאָגט זיך צוריק צו איר נאַרע, צעװיגנדיק איר לאָמפּ. אַ קינד מיט קדמא־⁠ואַזלא־⁠פֿיס אױפֿן שװעל, באַזעצט אױף די פּיאַטעס מיט אַ פּאַפּירן באַדמינטאָנדל, קריכט,זיך דערנעענטערנדיק, נאָך איר אין קירצע צאַפּלען, טוט אַ כאַפּ אָן אָן איר יופּע, גראַבלט זיך ארױף. אַ מאַטראָז אַ שיכּור האַלט זיך פֿעסט אָן מיט בײדע הענט אין די געלענדערס פֿון אַ שטח, טאַמלנדיק שװער. אױף אַ ראָג רוקן זיך אָן געװיקסיק צװײ נאַכטװעכטערס אין פּלײצע־כלאַמידעס, די הענט אױף זײער שטעקן־קאָבוערס. אַ טעלער קראַכט אַראָפּ, אַ פֿרױ שרײַט, אַ קינד יאָמערט. קללות פֿון אַ מענטשן ברומען, בורטשען, הערן זיך אױף. פֿיגור⁠ן װאָלגערן, לאָקערן, קוקן אױס פֿון קאַנורעס. אין אַ צימער באַלױכטן פֿון אַ ליכטל װאָס בלײַבט שטעקן אין אַ העלדזל קעמט אױס אַ דראַבקע די קניפּלעך פֿון די האָר פֿון אַ שקראָפֿלדיק קינד. סיסי קאַפֿריס שטים, נאָך אַ יונגע, זינגט אַן אײבערקול פֿון אַ שטעג).

סיסי קאַפֿרי :

איך האָב עס געגעבן מאָלין,

װײַל זי׳ז געװען לוסטיק,

דעם פֿוס פֿון דער קאַטשטע,

דעם פֿוס פֿון דער קאַטשטע.

(פּשוטער זעלנער קאַר און פּשוטער זעלנער קאָמפּטן, בײַטשלעך פֿעסט אין זײערע פּאַכװעס, בעת זײ מאַרשירן אומזיכערהײט, מאַכן רעכטס השיבֿנו און צעפּלאַצן אַרױס פֿון די מײַלער אַ זאַלפּירטן פֿאָרץ. געלעכטער פֿון מענטשן אינעם שטעג. אַ הײזעריקע מרשעת ענטפֿערט אָפּ.)

די מרשעת : אַ קללה אױף אײַך, האָריקע תּחתער. מײן כּוח דעם קאַװאַנער מײדל.

סיסי קאַפֿרי : מײן מזל מיר. קאַװאַן, קוטהיל, און בעלטורבעט. (זי זינגט.)

איך האָב עס געגעבן נעלין,

צו שטופּן אין דעם בױך,

דעם פֿוס פֿון דער קאַטשטע,

דעם פֿוס פֿון דער קאַטשטע.

( פּשוטער זעלנער קאַר און פּשוטער זעלנער קאָמפּטן דרײען זיך אױס און ענטפֿערן אָפּ, זײערע טוניקעס בלוטהעל אין אַ לאָמפּגלי, שװאַרצע ⁠בעכערלעך פֿון קאַשקעטן אױף זײער בלאָנדע אַרומגעשערטע קעפּלעך. סטיװן דעדאַלוס און לינטש גײען פֿאַרבײַ  דורכן געזאַמל לעבן די רױטמאַנטלען.)

פּשוטער זעלנער קאָמפּטן : (טוט אַ צי דעם פֿינגער.) װעג פֿאַרן פּאַסטאָר.

פּשוטער זעלנער קאַר : (דרײט זיך אױס און רופֿט.) װי גײט׳ס, פּאַסטאָר!

סיסי קאַפֿרי : (איר קול שװעבט אַרױף נאָך העכער.)

זי האָט עס, זי האָט עס באַקומען,

װוּ נאָר זי האָט עס נישט אַװעקגעשטעלט,

דעם פֿוס פֿון דער קאַטשטע.

(סטיװן, פֿאָכנדיק דעם אַש-שטאָק אין דער לינקער האַנט, זינגט מיט פֿרײד די אַרײַנגײן־הימנע פֿאַר פּאַסכע-צײַט. לינטש, דאָס זשאָקײ־היטל נידריק אױפֿן שטערן, באַגלײט אים, אַ שפּעטשמײכל פֿון אומצופֿרידנקײט פֿאַרקנײטשנדיק בײַ אים דאָס פּנים.)

סטיװן: וְהִנֵּה-מַיִם יֹצְאִים מִכֶּתֶף הַבַּיִת הַיְמָנִית. הללויה.

(די אױסגעהונגערטע קרומצײן פֿון אַן באַיאָרטער מאַטקע שטאַרצן אַרױס פֿון אַ טיר.)

די מאַטקע : (איר קול שעפּטשענדיק הײזעריק.) ססט! קומט אַהער ביז איך זאָג אײַך! בתולהשאַפֿט אינעװײניק. ססט!

סטיװן : (בּעוֹמֶק רַב) כֹּל אֲשֶׁר-יָבוֹאוּ שָׁמָּה הַמּיִם.

די מאַטקע : (שפּײַט אין זײער שפּור איר שפּריץ סם.) טריניטי מעדיצינישע. אײטרײַבל. אין גאַנצן פּעניס, אָן קײן פּעניס.

(עדי באָרדמאַן, פֿאָרקענדיק, געזעצט ציפּקעס מיט בערטע סאַפּלען, ציִעט איר שאַל איבער די נאָזלעכער.)

עדי באָרדמאַן : (זיך האַמפּערנדיק.) און זאָגט אײנע: איך האָב דיך געזען אױף גלײביק פּלאַץ מיט דײַן לעביונג, דער שמירער פֿון אױף דער באַן, אין זײַן קומצובעט־הוט. האָסטו, זאָג איך. דו׳סט קײן מאָל נישט מיך געזען אינעם נפֿקא־⁠בית מיט אַ באַװײַבטן הױכלאַנדער, זאָג איך. אַזעלכע װי איר! הירש איז יעדער! שפּאַרנט זיך אײַן װי אַן אײזל! און זי, װאָס האָט שפּאַצירט מיט צװײ יאַטן יענץ מאָל, קילברײַד, דעם מאַשין־שאָפֿער, און לאַנסקאַפּראַל אָליפֿאַנטן.

____________________________________

דאָס איז געװען צװײ פּראָצענט פֿון דעם קאַפּיטל. די רעשט איז דאָ אין ענגליש . אױב איר זעצט נאָך איבער, זײַט אַזױ גוט און זאָגט־זשע מיר .